טעמע: אינהאלט

ווי אזוי איבערצוקוקן א טראנסקריפט און אפהיטן דעם ריכטיקן באדייט

נעמען, ציפערן און ציטאטן דארף מען פארגלייכן מיט דער רעקארדירונג. אזוי ארבעט מען מיט א טעקסט וואס AI האט צוגעגרייט

ווי אזוי איבערצוקוקן א טראנסקריפט און אפהיטן דעם ריכטיקן באדייט
די אלף בוט מאנשאפט
3 מינוט לייענען

דער בעסטער וועג איבערצוקוקן א טראנסקריפט איז צו פארגלייכן דעם טעקסט מיט דער רעקארדירונג. א זאץ קען זיך גוט לייענען און דאך נישט איבערגעבן וואס דער רעדנער האט געזאגט. דערפאר דארף מען נישט נאר פאררעכטן אויסלייג, נאר אויך צוהערן צום באדייט

קודם הערן, דערנאך פאררעכטן

הערט אויס א שטיקל פון דער רעקארדירונג איידער איר מאכט גרויסע ענדערונגען. געבט אכט אויף די ווערטער וואס דער רעדנער נוצט און אויף זיינע ראשי תיבות. אין א שיעור תורה קען א ווארט וואס זעט אויס פרעמד זיין דווקא דאס ריכטיקע ווארט. פארבייט עס נישט נאר ווייל א צווייט ווארט איז מער באקאנט

ארבעט א קטע אויף אמאל. אין דעם רעדאקטאר קען מען צוריקגיין צום אנהייב פונעם פאסיקן קטע און עס נאכאמאל אויסהערן. דאס איז א שפרונג צום קטע, נישט אן עקזאקטער צייטפונקט פאר יעדן איינציקן ווארט. זעט דעם וועגוויזער צום רעדאקטאר

פון טראנסקריפט צו רעדאקציע

שפארט די קלאוויאטור ארבעט. האלט די רעדאקציע אין אייער הענט

באקומט א תורה צוגעפאסטע טיוטה, קוקט עס איבער אין עדיטאר און פאררעכט וואס איז נויטיג

פרוווט איין רעקארדירונג

הייבט אן מיט אן ארויפלאד • אן קרעדיט קארטל

וואס דארף מען באזונדער איבערקוקן

נעמען, ציפערן, דאטומען און מראי מקומות פארדינען באזונדערע אויפמערקזאמקייט. פופצן מינוט און פופציק מינוט זענען נישט די זעלבע זאך. ווען מען טרעפט א נאמען אדער א צאל, זאל מען עס איבערהערן אינאיינעם מיטן גאנצן זאץ

א קליין ווארט קען טוישן דעם גאנצן באדייט. אויב דאס ווארט “נישט” פעלט, קען דער זאץ זאגן פונקט פארקערט. פאר א ציטאט איז כדאי צו הערן אויך וואס מען האט געזאגט פריער און שפעטער, כדי דער אויסצוג זאל נישט פארלירן זיין צוזאמענהאנג

פאררעכטן און איבערארבעטן

ביים פאררעכטן וויל מען אז דער טעקסט זאל שטימען מיט דער רעקארדירונג. ביים איבערארבעטן מאכט מען דערפון אן ארטיקל, א בלעטל אדער א לייענבארן שיעור. עס העלפט צו האלטן א באזונדערע, איבערגעקוקטע ווערסיע פונעם טראנסקריפט

דערנאך קען מען צולייגן קעפלעך, צעטיילן לאנגע פאראגראפן און ארויסנעמען איבערחזרונגען לויטן צוועק. אייגענע ערקלערונגען זאלן זיין קלאר באזונדער פון די ווערטער פונעם רעדנער. א קיצור איז נישט קיין ווארט פאר ווארט ציטאט

ווען מען פארשטייט נישט א ווארט

אויב מען האט שוין געהערט עטליכע מאל און דער טעקסט איז נאך נישט קלאר, צייכנט דעם פלאץ אן אין דער ארבעטסווערסיע. דאס העלפט דעם קומענדיגן מגיה מער ווי א צוגעטראכטער נאמען אדער א פארענדיגטער זאץ וואס קיינער האט נישט געזאגט

ווען צוויי מענטשן רעדן אויף אמאל, דארף מען צומאל נאך א מענטש וואס קען דעם ענין. אן אויטאמאטישער טעקסט איז א ערשטע ווערסיע צום איבערקוקן

איבערקוקן דעם אראפגעלאדענעם קובץ

נאכן היטן די ענדערונגען, מאכט אן עקספארט און עפנט דעם קובץ. קוקט צי די פאררעכטונגען זענען אריין און צי דער טעקסט איז גוט צעטיילט. ביי אונטערקעפלעך דארף מען אויך שפילן דעם ווידעא מיטן קובץ, כדי צו זען צי דער טעקסט קומט אין דער ריכטיקער צייט

די אנווייזונגען צום אראפלאדן געפינען זיך אין עקספארט און אראפלאדן

איז דאס געווען נוצלעך?

טיילט דעם ארטיקל מיט פריינט

ווייניגער קלאוויאטור ארבעט, מער רעדאקציעהייבט אן מיט א טיוטה
פרוווט א רעקארדירונג
ווי אזוי איבערצוקוקן א טראנסקריפט און אפהיטן דעם ריכטיקן באדייט | Alef Bot